Powered By Blogger

Tuesday, August 27, 2013

Gerer Chusid, Yisroel Greenhouse leaves Yiddishkeit with his children!

Yisroel Greenhouse and his kids
I will translate letter later on in the week, when I'll have more time!

 בריוו פון עקיבא וויינגארטן.




איך קען דעם ישראל שוין אסאך יארן, מיר האבן געארבעט צוזאמען אלס משגיחיםרוחניים אין איינע פון די ישיבות פאר בחורים וואס פאלן אוועק. מיר האבן ביידע איבערגעלאזט די ארבעט אין די זעלבע צייט. איך צוליב צו ווייניג געהאלט, און ער וועגן זיין אמונה. ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט מאראליש אויסגעהאלטן פאר אים עוסק צו זיין אין עפעס וואס ער גלייבט נישט דערין.

איך שטרייך נאר אונטער דעם פרט, כדי מ'זאל וויסן פון וועמען ס'האנדלט זיך. ער איז נישט קיין כוליגאן, ער איז נישט קיין בעל תאווה'ניק, און ער איז אויך נישט גלייך צו קיינעם פון די וואס האבן געמאכט א ענליכע שריט. (און ס'איז מיר אויסגעקומען צו באקענען אסאך אזעלכע) ווייניג אין זיין עלטער קענען זיך פארמעסטן מיט זיין בקיאות נפלא און אויסערגעווענליכע וויסענשאפט אין יעדן תחום. ס'רעדט זיך דא פון א תלמוד חכם עצום אין יעדן הינזיכט. ס'איז כמעט נישט דא קיין פעלד אין וועלכע ער האט נישט קיין באקאנטשאפט.

אין די לעצטע פאר יאר האט ער זיך מתפרנס געווען פון פירן טוריסטן, נאכוואס ער האט געארבעט ביי עטליכע פלעצער. אבער זיין דעגרי אין סייקא-טערעפי האט ער גענצליך איבערגעלאזט כאטש ער וואלט שיין געקענט מאכן א לעבן דערפון. איך האב אים אמאל געפרעגט פארוואס, האט ער מיר מסביר געווען אז ער האלט ס'איז א פראבלעם פון 'אויספאפן' ווייל ער ווייסט פארוואס די עלטערן צאלן אים, צו ארבעטן מיט די בחורים, אבער וויבאלד ער אליין גלייבט נישט דערין, קען ער נישט ארבעטן דערמיט.

קעגן מיין מורא'דיגע שעצע וואס איך שפיר צו ישראל, פיהל איך דאס פארקערטע "א נידערטרעכטיגקייט" קעגן אזעלכע פארשוינען וואס זאגן אז די 'מיליטער' האט אים קאליע געמאכט. ישראל'ן קען קיינער נישט 'קאליע' מאכן. און זיכער נישט מיט ביליגע דעמאגאגיע און שפעטערייען. ער איז זייער א טיפע מענטש וואס לאזט נישט דורך קיין זאך ביזן דערגיין די טיפקייט דערפון.

מיין טייער ידיד איז אריבער א שווערע לאנגע אדורכגאנג, איך געדענק גוט אלע זיינע מצבים, און ס'איז נישט געווען קיינער וואס האט אזוי שווער אנגענומען ווי מיר, ווען ער האט אנגעהויבן פארלירן זיין אמונה. סתם איינער וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין. ער איז געווען א זיידענע אינגערמאנטשיק וואס איז געזיצן און געלערנט תורה יומם ולילה. אויף אים קען מען זאגן אז ער איז ווי די אמאליגע משכילים במלוא מובן המילה צו גוטן און צו שלעכטן. אבער צוזאגן אז דאס איז א באשלוס וואס ער האט געמאכט איבערנאכט איז פשוט נישט אמת.

ס'טוט מיר זייער וויי אז ער האט גענומען דעם שריט, און אנדערש ווי יעדעם ווייס איך כאטשיג ביי מיר אז ער האט עס געמאכט מיטן פוהלן באוואוסטזיין,און רוהיגע געוויסן, אז דאס איז די ריכטיגע שריט צוטוהן. און כאטש איך בין נישט איינשטימיג דערמיט, און ער ווייסט דאס, קען איך מיר אבער נישט פארהוילן פונעם פאקט, אז נישט "לייכטזיניגקייט" אדער "גאווה" און זיכער נישט א "רצון צו תאוות" האבן אים פארדארבן.
ער איז אן אדורכגעטראכטע מענטש, וואס האט גוט גענומען אין באטראכט אלע אספעקטן פאר'ן טוהן וואס ער האט געטאן, און גענומען אין חשבון די פערזענליכע פרייז וואס ער וועט דארפן באצאלן דערפאר.

מ'פרובירט יעצט צו שיקן אלע סארט עסקנים רעדן צו אים, כאילו ער האט עס נישט 'אליין' געטוהן ביז היינט. ער איז געגאנגען איבעראל וואו ער האט נאר געהערט אז עמיצער קען אים העלפן. אפגעזיצן ביי אויסגערופענע רבנים און דיינים כדי נאכצופארשן און דערגיין דעם אמת. אלזא אויב טראכט עמיצער אז עפעס א "שמועס" פון א קליינטשיג עסקנ'ל וואס האט נישט געעפנט קיין ספר אין לעבן וועט אים עטוואס טוישן במשהו, מאכט יענער א גרויסן טעות. אבער ישראל ווי א וואויל קינד ,גייט און הערט אויס, און איז מכבד, און רעדט נאך, מיט יעדער - וואס מען איז אים מציע צו רעדן.

ווער ס'האט אפגעמאכט צו פארשפרייטן די מעשה ברבים האט געטוהן א גרויסע שטות און א רשעות אינאיינעם. די זאכן וועלן אויף קיין רגע נישט טוישן אדער דערשרעקן ישראל. פארגאנגענע וואך ווען אונז האבן גערעדט, האט ער גאנץ גוט פאראויסגעזען וואס ס'וועט פאסירן און וואס ס'קען ארויסקומען פון דעם. ער גלייבט נאך אלץ אז וואס ער האט געטוהן איז א ריכטיגע החלטה געווען. ער איז דאס מסביר שיינערהייט מיט א אנגענעמע שפראך, ווער עס וויל זיך אראפזעצן מיט אים קען זיך דאס אליינס איבערצייגן.

יעדנספאל, וואלט איך נישט געראטן די קליינטשיגע עסקנים'לעך צו פרובן משפיע זיין אויף אים, ווייל ער וועט זיי "אויפעסן פאר פרישטאג". און כ'האב מורא אז ער וועט מצליח זיין זיי צו פארדארבן מער וויפיל זיי וועלן מצליח זיין אים צוריקצוברענגען. נישט אז ער האט א אינטערעסע מיטצושלעפן אנדערע, אבער אויב וועט מען אריינגיין מיט אים אין א ערנסטע שמועס, איז קלאר אז דאס וועט פאסירן.

די דאזיגע שורות שרייב איך מיט א שטארקע צער און ווייטאג. וואס ס'באדערט מיך די מערסטע נאך איז אז מ'פארגיסט אומשולדיג בלוט פון אזא גוטע חבר מיינער, און מ'איז אזוי מזלזל אין מענטשנ'ס אינטעליגענץ. נאך א מזל אז מ'האט וועם צו באשולדיגן... "די מיליטער"! א שאד אז מ'האט נישט צוגעלייגט אויך דער פאקט אז אז ער האט נישט קיין כשר'ע טעלעפאן, אפענע אינטערנעט, און ער גייט מיט א בלויע העמד.

צום שלוס, צו אלע וואס מיינען אז זיין בלוט איז הפקר. טראכט'ס גוט אריין אויב וואס איר רעדט און טייפט איז דער רצון השם. און אויב נישט, זאלט איר אייך בעסער אנפוהלן א מויל מיט וואסער, און דאס איבריגע אויסשפייען אויפ'ן קיבאורד. ווייל גלייבט'ס מיר, איר האט נישט קיין בלאסן אהנונג איבער וואס ס'רעדט זיך דא..!

2 comments:

Anonymous said...

חכם איינער, אלע משכילים האבן אזוי גע'טענה'עט אז זיי זענען איבערצייגט, זיי זענען אויך געווען גרויסע תלמידי חכמים, ער איז נישט דער ערשטער וואס האט געגעסן פוענם עץ הדעת, ער האט זיך מסתמא אנגעליינט מיט די אלע אפיקורוסות ביכער פון די אמליגע משכילים, נעבעך א רמחנות השם ירחם.

Anonymous said...

זיי די אמאליגע משכילים האבן אויך געמיינט אז זיי ווערן נאר אביסל מער אויפגעקלערט אין מאדערנעזירט, אבער זיי בלייבן יודן, די סוף פון זיי אלע איז אבער געווען זייער ביטער, זייער אייניקלעך ווייסן אפילו נישט אז זיי שטאמען פון יודן, רחמנא ליצלן