לאנדאן - א חסיד'ישער איד פון לאנדאן וועלכער האט זיך פארפלאנטערט מיט די אינסטאנצן נאכן פארקויפן מעדיצינען אונטערן טיש, איז אין א זעלטענער און העכסט איבערראשנדע אנטוויקלונג באפרייט געווארן פון א טורמע אורטייל. די פרשה וועלכע ציט זיך שוין 8 יאר איז לעצטנס געקומען צו א ענדע ווען א זשורי האט אים געפונען שולדיג, און א ריכטער האט אים פארגאנגענעם מאנטאג צוגעטיילט 21 מאנאטן טורמע זאגנדיג אז ער רעכנט זיך מיט דעם איד'ס שוואכער געזונט צושטאנד.
אבער שוין נאכן אנהייבן דינען דעם טורמע אורטייל האט דער אדוואקאט דאנערשטאג נאכט ערהאלטן א רוף פונעם ריכטער אז ער האט זיך בארעכנט צו אפהאלטן א פרישער הירינג דעם קומענדיגן (פרייטאג) אינדערפרי, וואו ער האט געטוישט דעם אורטייל צו בלויז א סימבאלישע 4 חדשים הויז ארעסט אין די נאכט שטונדן! דער ריכטער האט אפילו נאכגעגעבן דעם איד'ס פארלאנג די הויז ארעסט זאל זיך ערשט אנהייבן 10:00 צו קענען מיטהאלטן דעם נאכט שיעור אין ביהמ"ד... די געשעעניש האט ווי פארשטענדליך ארויסגערופן וואונדער ביי יעדן און בעלזער חסידים דערציילן אז דער בעלזער רב שליט"א האט שוין מבטיח געווען באלד נאכן באשולדיגונג אז ער וועט באפרייט ווערן.
Velcher drug dealer?
ReplyDeleteThe shiur Auden Tisch
ReplyDeleteIn deh ketoires intern tish
Nur biz Tzen azaigeh
I call Bullshit.
ReplyDeletePull the other one, it's got Belz on