Monday, September 12, 2022

The New York Times Article in Yiddish

 

די חסידישע געמיינדע אין ניו יארק פירט שוין לאנגע יארן איינע פון די גרעסטע פּריוואטע מוסדות אין ניו יארק אויף אירע אייגענע באדינגונגען, זיך קעגנשטעלנדיג סיי וועלכע דרויסנדיגע איבערזיכט אויף  די לימודי חול וואס אירע תלמידים לערנעלן.
אבער אין 2019, האט דער מוסד "תלמוד תורה תורה ויראה דרבינו יואל מ’סאטמאר" (מהר"א) מסכים געווען צו געבן שטאטישע סטאנדארדיזירטע טעסטס אין ליינען און אין רעכענען (מאטעמאטיק) פאר 
מער ווי 1,000 תלמידים.  יעדער איינציגסטער תלמיד איז דורכגעפאלן

ענליכע ציפּעדיגע רעזולטאטן האבן תלמידים געהאט אין ארום 10 אנדערע חסידישע חדרים יענעם יאר. אונטער געווענליכע אומשטענדן וואלטן אזעלכע רעזולטאטן אנגעדייט אויף אן עדיוקעשאן סיסטעם וואס געפינט זיך אין א קריזיס. אבער אין דער צייט וואס אנדערע שולעס פּלאגן זיך אפשר צוליב א מאנגל אין געלט אדער אן אומטויגליכע אדמיניסטראציע, איז דער מצב אין די חסידישע מוסדות אנדערש. זייער דורכפאל איז בכוונה.

די פירער פון דער חסידישער געמיינדע אין ניו יארק האבן אוועקגעשטעלט אסאך פּריוואטע מוסדות צו לערנען מיט קינדער וועגן אידישע הלכה, תפילה און מסורה – און זיי האלטן אפּגעזונדערט פון דער סעקולערער וועלט. בשעת מ’לערנט ווייניג ענגליש און רעכענען, און כמעט גארנישט קיין סייענס אדער היסטאריע, לערנט מען און חזר’ט מען מיט די קינדער אן אויפהער, טיילמאל שטרענג און ברוטאל, די שיעורים פון לימודי קודש, וועלכע ווערן געגעבן אין אידיש, במשך די שעות פון טאג.
דער רעזולטאט, ווי א "ניו יארק טיימס" אויספארשונג האט געפונען, איז אז דורות פון קינדער זענען סיסטעמאטיש בארויבט געווארן פון אן עלעמענטארן עדיוקעשאן, זיי פארכאפּנדיג אין א ציקל פון ארבעטסלאזיגקייט און פינאנציעלע אפהענגיגקייט.
זייענדיג צעטיילט צווישן אינגלעך און מיידלעך, פאלט דער חסידישער סיסטעם דאס מערסטע דורך אין זיינע איבער 100 חדרים פאר אינגלעך. אויסגעשפּרייט איבער ברוקלין און האדסאן וואלי, געבן די מוסדות ארויס טויזנטער תלמידים יאר נאך יאר וועלכע זענען נישט צוגעגרייט געווארן וויאזוי זיך אומצוגיין אין דער דרויסנדיגער וועלט. דאס העלפט ארויפטרייבן די ארעמקייט ראטעס אין חסידישע געגנטער צו זיין פון די העכסטע אין ניו יארק.
דער מהלך פון די מוסדות שיינט צו זיין א פארלעצונג פון די שטאטישע געזעצן וועלכע פאדערן א צופרידנשטעלנדן עדיוקעשאן. טראץ דעם, האט דער טיימס געפונען, האבן חסידישע חדרים געפונען וועגן צו געניסן פון אומגעהויער גרויסע סומעס פון רעגירונג-געלטער, באקומענדיג מער ווי א ביליאן דאלאר בלויז אין די לעצטע פיר יאר.

כאטש סטעיט און סיטי באאמטע זענען געווארנט געווארן איבער די פראבלעמען דורכאויס די יארן, האבן זיי זיך אפּגעהאלטן פון טון עפּעס דערוועגן, זיך אונטערבייגנדיג צו די איינפלוס פון חסידישע פירער וועלכע מוטיגן זייערע נאכפאלגער צו שטימען אלס א בלאק און האבן אוועקגעשטעלט דאס באשיצן די מוסדות אלס זייער הויפּט פּאליטישער פּריאריטעט
"איך ווייס נישט וויאזוי ארויסצוברענגען מיט ווערטער ווי פרוסטרירנד עס איז", האט געזאגט מוישי קליין, וועלכער האט לעצטנס פארלאזט די געמיינדע נאכ’ן איינזען אז מען האט אים נישט געלערנט די יסודות פון גראמאטיק, ווער רעדט נאך פון די נויטיגע סקילס צו טרעפן א לייטישע פרנסה. "איך האב געטראכט, ‘ס’איז נישט נארמאל אז איך לערן ממש גארנישט. ס’איז נישט נארמאל אז איך בין 20 יאר אלט, איך קען נישט מער ווי די איינפאכסטע מאטעמאטיק, קיינמאל געלערנט קיין שום סייענס’".
צו עקזאמינירן די חסידישע מוסדות, האט דער טיימס דורכגעקוקט טויזנטער בלעטער פון שטאטישע רעקארדס, איבערגעזעצט צענדליגער דאקומענטן אין אידיש און אויסגעפרעגט איבער 275 מענטשן, אריינגערעכנט יעצטיגע און געוועזענע תלמידים, מלמדים, אדמיניסטראטארן, און שטאטישע רעגולאטארן.

דער איבערזיכט גיט א זעלטענעם אריינבליק אין א גרופּע פון מוסדות וועלכע טוען צוריקהאלטן ארום 50,000 אינגלעך פון לערנען א ברייטן אויסוואל פון פארשידענע סעקולערע טעמעס.
די תלמידים פון חסידישע חדרים זענען נישט בלויז הינטערשטעליג. דער טיימס האט געטראפן אז זייער מאנגל אין עדיוקעשאן איז אויף א פארנעם וואס מ’זעט נישט אויף קיין שום אנדערן פּלאץ אין ניו יארק. אין 2019, דאס לעצטע יאר פון ווען עס איז פארהאן פולקאמע אינפארמאציע, זענען געווען בלויז ניין שולעס אין ניו יארק וואו ווייניגער פון איין פּראצענט פון סטודענטן האבן געקענט זייערע לימודים אויף א ניווא צוגעפּאסט לויט זייער יארגאנג. אלע פון זיי זענען געווען חסידישע חדרים.

מיידלעך לערנען מער לימודי חול ווייל זיי לערנען ווייניגער ספרי קודש. אבער אויך זיי האבן שוועריגקייטן: ארום 80 פּראצענט פון די מיידלעך וועלכע האבן פאראיאר גענומען דעם שטאטישן סטאנדארדיזירטן טעסט זענען דורכגעפאלן.
די חדרים שטופּן אריין לימודי חול בלויז נאך א פולן טאג פון לימודי קודש. רוב שטעלן צו א פּראגראם פון ליינען און רעכענען בלויז פיר טעג א וואך, אפטמאל אנדערטהאלבן שעה א טאג, און בלויז פאר קינדער צווישן אכט און צוועלף יאר אלט. געוויסע פון זיי רעדן אפּ די קינדער פון לערנען מער לימודי חול אינדערהיים. ״ענגלישע ביכער זענען נישט ערלויבט״, ווארנט א תקנות ביכל פון איין חדר.
אפטמאל קענען די לימודי חול טיטשערס אליין נישט קיין גוטן ענגליש. אסאך פון זיי פארדינען קוים 15 דאלאר א שעה. טייל האט מען אויפגענומען דורך אדווערטייזמענטס אויף "קרעגס-ליסט" אדער מודעות אויף דער גאס.

במשך די שעות פון לימודי קודש, פלעגן מלמדים אין אסאך חדרים רעגלמעסיג שלאגן, פּאטשן און שטויסן די תלמידים, לויט ווי רעקארדס און אינטערוויוס ווייזן, שאפנדיג אן אטמאספערע פון פחד וואס מאכט שווערער דאס לערנען. אין געוויסע חדרים האבן קינדער גערופן פּאליציי צו באריכטן אז זיי זענען געשלאגן געווארן.

דורכאויס די לעצטע צען יאר האבן חסידישע קרייזן געעפנט מער ווי 50 נייע חדרים, און זיי האבן באקומען אלץ מער געלטער פון דער רעגירונג, ווי רעקארדס ווייזן. איין שטאטישע טשיילד קעיר פּראגראם פאר ארעמע משפּחות האט פארגאנגענעם יאר געשיקט א דריטל פון איר בודזשעט צו חסידישע געגנטער.
חסידישע מוסדות זענען נישט אלע אייניג. זייער בליק און צוגאנג צו לימודי חול קען זיין אנדערש פון געגנט צו געגנט. עטליכע חדרים אין בארא פּארק האבן געהאט פארשטעלונגען פון סייענס און סאשעל סטאדיס. איין חדר האט א יערליכן "ספּעלינג בי" פארמעסט. אבער אט די חדרים זענען די יוצאים מן הכלל, האט דער טיימס געפונען.

די קאנסעקווענצן פון לערנען אין א חסידישן מוסד קענען פאר פילע האבן תוצאות אין די שפּעטערע יארן. תלמידים האבן חתונה און קענען קוים ברענגען פרנסה פאר זייער משפחה. געוויסע פארלאזן די געמיינדע און פאלן אריין אין אדיקציעס צו דראגס אדער אלקאהאל. אנדערע פארבלייבן אין דער געמיינדע און שפּירן אז זיי האבן נישט צופיל אנדערע ברירות נאר צו שיקן זייערע קינדער אין די חסידישע מוסדות.
״דאס מערסטע האב איך מורא אז מיינע זין וועלן ווערן חתנים, חתונה האבן, און אנהייבן האבן קינדער״, זאגט שלמה נאסקאוו, 42, וועמענ’ס קינדער זענען געבליבן אין חסידישע מוסדות נאכדעם וואס ער האט זיך גע׳גט, פארלאזט די געמיינדע, און זיך געמוטשעט צו באקומען א דאקטאריי דעגרי. ״און דער זעלבער ציקל חזר׳ט זיך איבער״.
עס זענען פארהאן ארום 200,000 חסידישע אידן אין ניו יארק, אויסמאכנדיג בערך 10 פּראצענט פון דער אידישער באפעלקערונג אין דער שטאט. זיי זענען פונאנדערגעשיידט פון מאדערן-ארטאדאקסישע אידן און אנדערע וואס האלטן זיך אויך שטרענג צו דער אידישער הלכה אבער נעמען אויך אריין די היינטיגע וועלט אין זייערע לעבנס. חסידים גייען אנגעטון אין די זעלבע באשיידענע מלבושים ווי זייערע זיידעס, און רוב וואוינען אין געגנטער וואס זענען מער ווייניגער אפּגעזונדערט פון דער פרייער גאס, זייענדיג איבערגעגעבן צו אנהאלטן זייערע דורות-אלטע מסורה’ס.
אסאך חסידים האלטן אז זייערע מוסדות זענען מצליח – אבער נישט לויט די סטאנדארטן וואס די דרויסנדיגע וועלט האט אוועקגעשטעלט. אין א נאנט-פארבונדענער געמיינדע וואס שטעלט אידישקייט אלס דער עיקר אין זייער טעגליכן לעבן, ווערט לימודי חול אפט באטראכט ווי אומנויטיג אדער אפילו א שטער. ‌
געוויסע עלטערן האבן געזאגט פאר’ן טיימס אז זיי ווייסן די באגרעניצונגען פון די מוסדות, אבער פונדעסטוועגן שיקן זיי אהין זייערע קינדער ווייל זיי האלטן אז דער חינוך סיסטעם לייגט אריין די לעבנס-פּרינציפּן פון זייער געמיינדע.

דורכאויס פארגאנגענעם יאר האט דער טיימס פּרובירט צענדליגער מאל זיך פארבינדן דורכ’ן טעלעפאן, אימעיל, און פּערזענליך, אבער די פירער פון די גרעסטע חסידישע חדרים האבן זיך אנטזאגט צו ענטפערן אויף פראגעס.

אבער במשך דער לעצטער וואך, נאך וואס דער טיימס האט געשיקט פאר די מוסדות אן איבערבליק פונעם באריכט, האבן עטליכע חסידישע קרייזן עפנטליך פארטיידיגט זייער דרך החינוך דורך שרייבן מיינונגס-ארטיקלען און ארויסגעבן דערקלערונגען.
אלע פון זיי האבן געזאגט אז חסידישע מוסדות ווערן אויסדריקליך געפירט אומאפּהענגיג איינער פון אנדערן, נישט ווי איין קערפּערשאפט. זיי האבן געלייקנט טייל פון די געפינסן פונעם טיימס, אריינגערעכנט אז די מוסדות געבן נישט קיין צופרידנשטעלנדן עדיוקעשאן און אז מלמדים טוען כסדר שלאגן קינדער. זיי האבן אויך אנגעמערקט אז די מוסדות באקומען פיל ווייניגער שטייער געלטער פּער סטודענט ווי פּובליק שולעס באקומען, און זיי האבן געזאגט אז חסידישע געגנטער זענען נישט אזוי ארעם ווי עס קען אויסקוקן פון די רעגירונג דאקומענטן.

"די חסידישע געמיינדע איז שטאלץ מיט די עדיוקעשאן זיי געבן פאר זייערע תלמידים – וואס זיי אלע לערנען דאס וויבאלד זייערע עלטערן האבן אויסגעקליבן צו געבן א רעליגיעזן חינוך – און האבן פיל, פיל תלמידים וואס זענען ווייט אנגעקומען און זענען סוקסעספול", האט אין א בריוו צום טיימס געשריבן דזשעי. עריק קאנאלי, א שיקאגא לאיער וואס רעפּרעזענטירט די צדק אסאסיאציע, א גרופּע וואס ארבעט מיט חסידישע מוסדות.
אן אנדערער ווארטזאגער פאר חסידישע מוסדות, ריטשארד באמבערגער, האט געלייקנט אז תלמידים וואס האבן געלערנט אין די מוסדות קענען נישט רעדן אדער שרייבן ענגליש, און האט געזאגט אז די חדרים זענען א פארזיכערט פּלאץ און "האבן זערא-טאלערענץ פּאליסיס קעגן סיי וועלכע ווילדע מעשים".

מר. באמבערגער און מר. קאנאלי האבן אויך געזאגט אז אין אידישע שולעס קענען די היי-סקול סטודענטן בדרך כלל בעסער אויף סטאנדארדיזירטע טעסטס, א נקודה וואס חסידישע פירער האבן אפטמאל גע’טענה’ט. למעשה, אבער, נעמען זייער ווייניג חסידישע סטודענטן די טעסטס, און די רעזולטאטן טוען כמעט אינגאנצן אפשפיגלען די ווערק פון סטודענטן וואס לערנען אין פלעצער וואו מען לערנט געהעריג לימודי חול, אריינגערעכנט מאדערן-ארטאדאקסישע שולעס.

אין אנדערע לענדער מיט גרויסע חסידישע באפעלקערונגען, אריינגערעכנט ענגלאנדאויסטראליע, און מדינת ישראל, האבן באאמטע אנגעהויבן פּרובירן ברענגען אן ענדע צו די שוואכע סעקולערע עדיוקעשאן אין חסידישע מוסדות.


אבער אין ניו יארק האט דאס נישט פּאסירט, טראץ א שטאטישע געזעץ וואס פארלאנגט אז פּריוואטע שולעס זאלן צושטעלן אן ענליכע עדיוקעשאן ווי דאס וואס די פּובליק שולעס שטעלן צו.

ביל דע בלאזיא, דער געוועזענער מעיאר פון ניו יארק סיטי, האט געעפנט אן אויספארשונג איבער חסידישע מוסדות נאכ’ן הערן טענות אויף זיי אין 2015, אבער זיין אדמיניסטראציע האט עס צייטווייליג אפּגעשטעלט ווען קאראנע איז אנגעקומען. מעיאר עריק עדעמס האט זיך נישט אריינגעמישט אין די מוסדות, און האט זיך אויפגעטון מיט זיינע נאנטע באציאונגען מיט חסידישע עסקנים. אין אלבאני האט גאווערנארין קעטי האקול גענומען אן ענליכן פּאסיוון צוגאנג, פּונקט ווי איר פארגייער, אנדרו קואמא.

שטאטישע עדיוקעשאן באאמטע האבן געווידמעט יארן צו אהערשטעלן נייע רעגולאציעס צו אינפארסירן דאס געזעץ, אבער האבן עס פארוואסערט צוליב דעם ווידערשטאנד פון די חסידישע קהילות. א שטאטישע עדיוקעשאן קאמיסיע דארף די וואך צו שטימען אויף דער נייער ווערסיע פון די רעגולאציעס.

ערוועלטע באאמטע פון ניו יארק האבן אפּגעווארפן די שולד פון זיך. רעפּרעזענטאטיוון פאר פרוי האקול און מר. קואמא האבן ביידע געזאגט אז עס איז די אחריות פונעם סטעיט דעפּארטמענט צו האלטן איבערזיכט אויף די מוסדות און האבן באטאנט אז די אגענטור טוט נישט באריכטן צום גאווערנאר. א ווארטזאגערין פאר’ן דעפּארטמענט האט געזאגט אז פאר יעדן סטודענט "קומט זיך אן עדיוקעשאן וואס ערמעגליכט זיי צו גרייכן זייער פולן פּאטענציעל", אבער האט נישט געזאגט עפּעס ספּעציפיש וועגן די חסידישע מוסדות.


דורך א ווארטזאגער, האט מר. עדעמס געזאגט צום ערשטן מאל אז זיין אדמיניסטראציע וועט צוענדיגן די אויספארשונג פון זיין פארגייער. ער האט צוגעלייגט אז ער האלט אז שולעס דארפן זיין סענסיטיוו צו קולטורן און זאלן נאכקומען הויכע סטאנדארטן.

מר. דע בלאזיא האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז ער האט ערנסט גענומען די טענות וועגן חסידישע מוסדות.

"ווען נישט די שוועריגקייטן מיט קאוויד, וואלטן מיר געענדיגט די אויספארשונג, אנגעהויבן א פּלאן וויאזוי צו פארבעסערן די מוסדות וואס קאאפּערירן, און גערופן די סטעיט צו באשטראפן די מוסדות וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג", האט מר. דע בלאזיא געזאגט, זיך באציענדיג צו עטליכע חדרים וואס האבן נישט ערלויבט סיטי אינספעקטארן אריינצוגיין אין די בנינים. "און דאס איז וואס מוז יעצט געשען".

דער איבערוויגנדער רוב פון חסידישע אידן אין ניו יארק, וואוינען אין עטליכע געגנטער אין ברוקלין און אין א קליינעם צאל שטעטלעך אין ראקלענד און אראנדזש קאונטיס. אין די געגנטער טרעפט מען געשעפטן מיט גרויסע אידישע אויפשריפטן, געסער אנגעפילט מיט געלע באסעס, און טראטוארן וואס בוזשעווען מיט משפחות. מענטשן צייכענען זיך אויס אלס וואלונטירן, און די איינוואוינער העלפן זיך ארויס איינער דעם אנדערן, מיטטיילנדיג מאלצייטן מיט אנדערע צו זיכער מאכן אז קיינער בלייבט נישט הונגעריג.

חסידישע אידן האלטן זיך צו שטרענגע פארשריפטן מיט’ן ציל צו אויפשטעלן פונדאסניי א 
לעבנסשטייגער וואס איז כמעט אויסגעמעקט געווארן ביים האלאקאסט.

ייערע פירער, די הויפט רבנים פון די קהילות, האבן א געוואלדיגן כח, און דאס ברעכן די תקנות וואס זיי שטעלן אוועק קען טראגן ערנסטע קאנסעקווענצן. אט דאס איז אונטערגעשטראכן געווארן דורך העכער 50 חסידישע מענטשן וועלכע האבן מסכים געווען צו רעדן צום טיימס בלויז מיט’ן תנאי אז זייער נאמען וועט בלייבן אנאנים, אויס מורא אז זיי וועלן פארטריבן ווערן און נישט קענען מער זיך טרעפן מיט משפחה און פריינט.

זינט זייער אנקום קיין ברוקלין אין די 1940ער יארן, האבן חסידישע רבנים זיך פארלאזט אויף רעליגיעזע חדרים צו העלפן אויפבויען די קהילות און פארזיכערן זייער עתיד. מיט דער שטייגנדער צאל פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן, זענען חסידים געווען באזונדער 
אויסגעשטעלט צו אטאקעס און רדיפות.
עס איז נישט דא קיין פאראייניגטע חסידישע חינוך סיסטעם. איבער א טוץ חסידישע קהילות האבן זיך זייערע אייגענע מוסדות. בלויז איינע פון זיי, חב״ד, מוטיגט זייערע חסידים צו רעדן ענגליש כדי זיי זאלן קענען טון שליחות.

דער גרעסטער קרייז, סאטמאר, באשטייט פון צוויי קאנקורירנדע קהילות אין שפּיץ פון די מנהיגים רבי אהרן און רבי זלמן לייב טייטלבוים. זיי ביידע פירן א נעץ פון צענדליגער חדרים און שולעס, גערופן UTA) United Talmudical Academy), וואס האבן אויך אונטער זייער באזיץ א ריזיגע ריעל-עסטעיט פּארטפאליא. לויט אוידיט רעקארדס, האט UTA פארפיגט אויף איבער 500 מיליאן דאלאר אין פארמעגנס פארגאנגענעם יאר.

די סאטמארער מוסדות העלפן שטעלן דעם טאן פאר אנדערע חסידישע מוסדות, א שטייגער ווי די באבובער, סקווירער, און וויזשניצער קהילות.

ווען דער אינטערנעט האט אנגעהויבן ווערן מער פּאפּולער האבן פיל מוסדות ארויסגעגעבן שטרענגערע תקנות דערקעגן, גייענדיג אזוי ווייט ווי נישט אננעמען קינדער פון עלטערן וועלכע זענען געכאפּט געווארן מיט סמארטפאונס. אמווייניגסטנס איין סאטמארער מוסד האט עטאבלירט א ״ועד האישור״ צו אינפארסירן די תקנות. געוויסע מוסדות ערלויבן נישט די קינדער צו רעדן ענגליש אינדערהיים
אין געוויסע מקצועות האבן סאטמאר און אנדערע לימודים וואס זיי לערנען גרינטליך מיט אלע מפרשים, אויסלערנענדיג תלמידים צו אנאליזירן קאמפּליצירטע שורות און געזעצליכע פּרינציפּן אין אידיש, לה"ק און אראמיש. טייל געמיינדע מיטגלידער האבן געזאגט אז תורה’דיגע שיעורים קענען האבן אריינגעמישט חלקים פון מאטעמאטיק, היסטאריע און אנדערע טעמעס.
אבער אפילו געוויסע וועלכע זענען געטריי צו דער געמיינדע האבן געזאגט אז זיי ווינטשן זיך הלוואי די חסידישע מוסדות זאלן צושטעלן מער לימודי חול.

״זיי קענען געבן אן עדיוקעשאן און נאך אלץ בלייבן מיט די אידישע לימודים. אבער זיי טוען דאס נישט, און מענטשן ליידן אזוי שטארק צוליב דעם״, האט געזאגט הילי רובין, 28, וועלכער האט געלערנט אין א חסידישן חדר אין בארא פּארק, ברוקלין. רובין האט געזאגט אז ער האט פארלאזט די געמיינדע און פּרובירט גיין שטודירן אין קאמיוניטי קאלעדזש אבער האט נישט געקענט מיטהאלטן די לימודים. ער איז פארבליבן מיט חובות און פּרובירט צו האלטן דעם קאפּ איבער’ן וואסער, האט ער געזאגט. ״ס’איז באמת נישט מענטשליך״.

חסידישע מוסדות, ווי אלע פריוואטע שולעס אין ניו יארק, מוזן נישט געבן פאר זייערע סטודענטן די שטאטישע סטאנדארדיזירטע טעסטס אין ליינען און רעכענען, און רוב געבן עס נישט.

אבער געוויסע חסידישע מוסדות געבן די טעסטס אלס א תנאי צו באקומען רעגירונגס געלטער. אין 2019, בשעת כמעט האלב פון אלע ניו יארקער סטודענטן האבן דורכגעמאכט די טעסטס, זענען 99 פראצענט פון די טויזנטער חסידישע אינגלעך וואס האבן גענומען די טעסטס דורכגעפאלן, האט א טיימס אנאליז געפונען.

די שוואכע רעזולטאטן קענען נישט גרינג אוועקגעמאכט ווערן אלס א תוצאה פון דער געמיינדע׳ס ארעמקייט אדער שפּראך באגרעניצונגען.

איבער ניו יארק סטעיט האבן פּובליק שולעס וועלכע אנטהאלטן קינדער בלויז פון ארעמע משפּחות באקומען פילפאכיג העכערע צייכענונגען ווי די קינדער פון חסידישע חדרים, האט דער אנאליז געוויזן. דאס זעלבע איז געווען מיט שולעס וועלכע האבן אריינגענומען אן איבערוויגנדן רוב פון סטודענטן וועמענ’ס מאמע-לשון איז נישט ענגליש.


אינערהאלב די מוסדות וואס געבן נישט די טעסטס, איז געווען שווער צו מעסטן וויפיל די סטודענטן לערנען דארט. אבער הונדערטער אינטערוויוס און אן איבערזיכט אויף ענגליש צעטלעך פון סטודענטן ווייזן אז אויך זייערע סטודענטן מוטשען זיך.

נאנט צו 40 יעצטיגע און געוועזענע טיטשערס אין חסידישע חדרים איבער ניו יארק האבן געזאגט אז רוב פון די טויזנטער קינדער וועלכע זענען אדורך זייערע קלאסן במשך די יארן האבן געענדיגט חדר אן האבן געלערנט וויאזוי צו רעדן פליסיגע ענגליש, ווער רעדט נאך פון שרייבן אדער ליינען לויט’ן שטאפּל פון זייער יארגאנג.
אן אנדערער געוועזענער טיטשער האט צוגעשטעלט הונדערטער בלעטער פון טרענירונג-בויגנס פון די לעצטע פינף יאר וועלכע האבן געוויזן אז 12-יעריגע קינדער – אין זייער לעצטן יאר פון לערנען ענגליש – האבן נישט געקענט אויסלייגן אזעלכע ווערטער ווי ״cold״ (קאלט) און ״America״ (אמעריקע). אין רעאקציע צו א פראגע איבער וואס ער גלייכט, האט איין אינגל געשריבן: ״to cee wen somone pente״.
רעכענען קענען אינגלעך אביסל בעסער. רוב קענען פּלוס און מינוס, און טייל קענען טיימס און דיוויזשאן, אבער ווייניג קענען עפּעס מער פון דעם, האבן די טיטשערס געזאגט.

יעקב ברעסלער, וועלכער איז געווען אן ענגליש טיטשער פאר ליינען און רעכענען אין א סאטמארער חדר אין וויליאמסבורג פון 2016 ביז 2019, האט געזאגט אז די עלטערן האבן געהאט חשק אז די קינדער זאלן באקומען א גוטע לימודי חול עדיוקעשאן, אבער זייערע קינדער זענען געווען שטארק צוריקגעשטאנען. אסאך האבן נישט געקענט די ABC’ס.
״אפילו אין די עלטערע כיתות האב איך געדארפט גיין מיט דער השערה אז זיי קענען גארנישט״, האט ער געזאגט, ״ווייל אזוי איז טאקע געווען״.

אין א בריוו צום טיימס האט דער מוסד געזאגט, "UTA וויליאמסבורג איז געווידמעט צו איבערגעבן די מנהגים און שיטות פון דער סאטמארער קהילה, אין איינקלאנג מיט’ן באגער פון די סאטמארער עלטערן וואס האבן עס אויסגעקליבן פאר דעם צוועק".
טייל טיטשערס אין חסידישע חדרים האבן געזאגט אז זיי זענען געקומען צו דער מסקנא אז זייערע חדרים האבן אנטמוטיגט קינדער פון לערנען ענגליש ווייל עס איז באטראכט געווארן ווי א סכנה׳דיגע בריק צו דער דרויסנדיגער וועלט.
טיטשערס האבן געזאגט אז זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין שטיינער אין וועג פאר אסאך יאר.

גרעיג ראסעלי איז געווען א גראדואירטער סטודענט אין פילאזאפיע אן קיין שום עקספּיריענס צו זיין א טיטשער ווען סאטמאר אין וויליאמסבורג האט אים אויפגענומען דורך אן אנאנס אויף קרעגס-ליסט אין 2010. דעם ערשטן טאג האט ער געפּלאנט צו פארהערן די קינדער און זען וואס זיי קענען. אבער ווען ער איז אנגעקומען צום חדר, אין א גרויסער גאטהיק-סטיל געוועזענער פּובליק שולע געביידע, זענען אלע זיינע סטודענטן געווען באהאלטן אין א קלאזעט.
טרייבנדיג די קינדער צו זייערע פּלעצער, האט ער דערציילט, האט ער אנגעהויבן ליינען זיין לעקציע פּלאן, אבער די קינדער האבן אים איבערגעהאקט, לאכנדיג און שרייענדיג. איין אינגל האט אנגעשטעלט א קרום פנים און געזאגט, ״גיי אהיים, טיטשער".


גאנץ שנעל האט מר. ראסעלי, וועלכער האט נישט געקענט קיין אידיש, איינגעזען אז ער האט זיך אונטערגענומען אן אוממעגליכע אויפגאבע: לערנען מיט אויפגעהייטערטע 11- און 12-יעריגע קינדער וועלכע האבן קוים גערעדט זיין שפּראך און זענען נישט געווען נייגעריג דאס זיך אויסצולערנען. ער האט אויפגעגעבן זיין דזשאב נאך איין יאר.

איבער צען יאר שפּעטער איז די עדיוקעשאן אין אסאך חסידישע מוסדות געווארן ערגער, לויט צענדליגער לעצטיגע תלמידים, עלטערן, און טיטשערס.

געוויסע חסידישע חדרים שטעלן בכלל נישט צו קיין לימודי חול. אנדערע לאזן קינדער באשליסן אויב זיי ווילן קומען צו לימודי חול קלאסן. מוסדות וועלכע שטעלן יא צו לימודי חול נעמען על פי רוב אויף בלויז חסידישע אינגעלייט אלס טיטשערס, אפּגעזען צי זיי קענען ענגליש.

איין געוועזענער תלמיד האט געזאגט אז איינמאל האט ער געהאט אן ענגליש טיטשער וועלכער איז אויך געווען דער קעכער פונעם חדר. א צווייטער האט דערציילט אז א געוויסער טיטשער האט כסדר געשריבן אויפ’ן בלעקבאורד דאס ווארט ״mathe" אנשטאט ״math״. אסאך אינגעלייט האבן פארציילט אז זייערע ענגליש טיטשערס האבן גערעדט צו זיי בלויז אין אידיש.
ענגלישע ביכער זענען אדער צענזורירט מיט שווארצע מארקערס אויסצומעקן בילדער פון מיידלעך און חזירים און ווערטער ווי ״לייברערי״ און ״קאלעדזש״, אדער ווערן זיי ספּעציעל געדרוקט ארויסלאזנדיג אזעלכע סארט ווערטער און בילדער.

חיים פישמאן, 24, וועלכער איז געגאנגען צו פאפא חדר אין וויליאמסבורג, האט געזאגט אז ווען ער האט געפרעגט זיינע טיטשערס די באדייט פון ווערטער האבן זיי אים אפטמאל געענטפערט אז זיי ווייסן נישט. דער מוסד האט נישט געענטפערט אויף אונזער אנפראגע צו קאמענטירן דערויף.

ווי אנדערע אין דער געמיינדע, האט מר. פישמאן פּרובירט זיך אליינס צו לערנען ענגליש, צווישן אנדערע דורכ׳ן זיך באהאלטענערהייט צוהערן צו דער ראדיא. נאכ׳ן באווייזן צו פארלאזן דעם מוסד, האט ער זיך איינגעשריבן אין פּובליק שולע און האט זיך געשעמט מיט ווי ווייניג ער האט געקענט.


״איך בין דער דריטער דור געבוירן און אויפגעצויגן אין ניו יארק סיטי״, האט ער געזאגט, ״און דאך, 
טראץ די שוואכקייטן פון די חסידישע חדרים, זעצט די רעגירונג פאר מיט’ן זיי שיקן געלטער תמידין כסדרן.


ווען איך בין געווען 15 יאר אלט האב איך קוים געקענט רעדן ענגליש״.

טראץ די שוואכקייטן פון די חסידישע חדרים, זעצט די רעגירונג פאר מיט’ן זיי שיקן געלטער תמידין  כסדרן.
געלטער פון שטייערן טארן בעצם נישט גיין צו שטיצן רעליגיעזע חינוך. אבער פּובליק אגענטורן צאלן פאר פּריוואטע שולעס זיך צוצושטעלן צו רעגירונג מאנדאטן און צו אנפירן סאציאלע פּראגראמען. חסידישע חדרים, פּונקט ווי אנדערע פּריוואטע שולעס, האבן צוטריט צו צענדליגער אזעלכע פּראגראמען, און באקומען דערביי געלט וועלכע העלפט זיי אויסצאלן די לימודי קודש.

שוין צענדליגער יארן וואס באאמטע האבן געשיקט געלטער צו חסידישע מוסדות, אבער האבן קיינמאל נישט ארויסגעלייגט ברבים קיין פולקאמען חשבון. כדי צו שאפן אזוינס האט דער טיימס אידענטיפיצירט צענדליגער פעדעראלע, שטאטישע, און לאקאלע פּראגראמען און אנאליזירט וויפיל זיי האבן געגעבן פאר די מוסדות, קוקנדיג די מערסטע ספּעציפיש אויף אומגעפער דעם לעצטן יאר בעפאר דער קאראנע פּאנדעמיע.
דער אנאליז האט געוויזן אז חסידישע חדרים אין ניו יארק האבן באקומען מער פון 375 מיליאן דאלאר פון דער רעגירונג אין יענעם צייט אפּשניט.

חסידישע חדרים באקומען פיל ווייניגער פּער סטודענט פון וויפיל פּובליק שולעס באקומען, און זיי רעכענען שכר לימוד פון עלטערן. אבער דער אנאליז האט געוויזן אז ווי עס שיינט באקומען זיי אין דורכשניט מער רעגירונגס געלטער ווי אנדערע פּריוואטע שולעס אין ניו יארק, אריינגערעכנט רעליגיעזע שולעס. און דאס געלט פליסט אין א צייט ווען ניו יארק סיטי שניידט פּובליק שולע בודזשעטן.
געוויסע רעגירונג פּראגראמען געבן אן אומפּראפּארציאנעלע מאס הילף פאר חסידישע מוסדות, האט דער טיימס געפונען. די סיטי וואַוטשער פּראגראם וואס העלפט ארעמע פאמיליעס צאלן פאר טשיילד קעיר שיקט היינט כמעט א דריטל פון זייער גאנצער קאסע צו חסידישע געגנטער, אפילו בשעת וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען געזיצן געשטראנדעט אויף ווארט-ליסטעס. דער פּראגראם שטעלט צו העכער 50 מיליאן דאלאר א יאר פאר חסידישע חדרים וואס געבן איין די שעות ביים סוף פון זייער געווענליכן חדר טאג אלס טשיילד קעיר, לויט ווי רעקארדס ווייזן.

ישיבת אמרי חיים וויזשניץ אין בארא פארק האט געהאט 735 קינדער איינגעשריבן אין 2019, ווייזן שטאטישע רעקארדס, און האבן יענעם יאר באקומען געלט פון 650 וואוטשערס. ארטיגע עלטערן האבן געזאגט אז אדמיניסטראטארן האבן זיי אנגעוויזן וויאזוי אויסצופילן די אפּליקאציעס פאר וואוטשערס און אנדערע פּראגראמען.
מר. קאנאלי, דער לאיער וואס רעפּרעזענטירט טייל פון די חסידישע מוסדות, האט אפּגעווארפן די פּינקטליכקייט פון די סיטי דאטא.
חסידישע חדרים האבן אויך באקומען ארום 30 מיליאן דאלאר פון דער רעגירונג’ס פינאנציעלע הילף פּראגראמען פאר קאלעדזש, דורך רעכענען זייערע עלטערע סטודענטן וואס לערנען העכערע לימודים צו באקומען דיפלאמעס אין רעליגיעזע שטודיעס.
די מוסדות האבן באקומען ארום 100 מיליאן דאלאר דורך אנטי-ארעמקייט פּראגראמען צוצושטעלן אומזיסטע פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, און איבערבייסן יעדן שולע טאג צו מער ווייניגער אלע חסידישע אינגלעך, אריינגערעכנט במשך דעם זומער. לכה״פ איין מוסד, UTA, נוצט דאס געלט צו קויפן עסן פון געשעפטן אונטער זייער אייגנטום, נוצנדיג די פארדינסטן צו שטיצן זייער בודזשעט, לויט ווי אינטערוויוס און רעקארדס ווייזן.

דער טיימס איבערזיכט האט אויך געפונען אז חסידישע חדרים בענעפיטירן ארום 100 מיליאן דאלאר א יאר פון פעדעראלע טייטל 1 פּראגראמען און אנדערע געלטער וועלכע פינאנצירן עדיוקעשאן אין לימודי חול. די געלטער באצאלן פאר חדרים צו געבן סטאנדארדיזירטע טעסטס, אכט געבן אויף שמירת הזמנים, באריכטן וויפיל קינדער זענען איינגעשריבן אין די מוסדות, און קויפן מאטעריאל פאר לימודים.

חסידישע חדרים האבן באקומען ארום 30 מיליאן דאלאר אין דעם לעצטן יאר בעפאר דער פּאנדעמיע פאר טראנספּארטאציע, דורך א פּראגראם וואס איז געשאפן געווארן אויסשליסליך פאר ישיבות דורך שטאטישע געזעצגעבער אין 2013.

און זיי האבן ערהאלטן ארום 200 טויזנט דאלאר אין פעדעראלע געלטער פאר אינטערנעט-פארבינדענע סערוויסעס, כאטש זיי פארבאטן אינטערנעט באנוץ פאר תלמידים

דאס געלט העלפט אונטערשטיצן א חינוך וועלכע האט זיך כסדר באנוצט מיט פיזישע באשטראפונגען.


איין געוועזענער תלמיד, חיים וויגדער, האט פארציילט אז ער געדענקט דאס ערשטע מאל וואס זיין מלמד אין סאטמאר בארא פּארק האט באשלאסן אז ער האט געטון עפּעס אנדערש ווי ס’האט זיך פארלאנגט. עס האט פארדראסן פאר’ן מלמד אז חיים, דאן זיבן יאר אלט, שיינט נישט צו מיטהאלטן בשעת׳ן פארלערנען חומש, האט ער אים געהייסן ארויפקומען צום פארנט פון קלאס און האט אים שטארק געשלאגן אויף דער האנט מיט א רולער ארומגענומען מיט עלעקטריק טעיפּ. ״דו מיינסט אז דאס איז גענוג באשטראפט?״ האט אים דער מלמד געפרעגט, שלאגנדיג דאס קינד נאך שטערקער. מער ווי צען יאר שפּעטער געדענקט נאך מר. וויגדער ווי ער האט געגעבן א שריי פון ווייטאג.


דער מוסד האט נישט געענטפערט אויף אונזער אנפראגע צו קאמענטירן דערויף.

מער ווי 35 מענער וועלכע האבן געלערנט אדער געארבעט אין א חסידישן חדר דורכאויס די לעצטע צען יאר, האבן געזאגט פאר’ן טיימס אז זיי האבן געזען מלמדים שלאגן קינדער מיט רולערס, פּאסיקעס און שטעקענעס.

דאס געזעץ אין ניו יארק ערלויבט פיזישע שטראפונגען אין פּריוואטע שולעס, אבער עס זענען נישטא קיין קלארע פארשריפטן וויאזוי עס מעג גענוצט ווערן. חסידישע חדרים האבן זיך באנוצט דערמיט צו געבן א שטרענגן רעליגיעזן חינוך.

זעקס טאג א וואך, אפט נאך פאר דער זון שיינט אויף, שיילן זיך קינדער אריין אין קלאסן וואו זיי פארברענגען אכט שעה א טאג לערנענדיג גמרא און אנדערע אור-אלטע ספרים.

אויסער איינ׳חזר׳ן און געדענקען לימודי קודש, האבן געוועזענע תלמידים געזאגט אז זיי האבן זיך אויסגעלערנט לאגיק, טראכטן אנאליטיש, און וויאזוי צו קענען בלייבן קאנצענטרירט. אסאך האבן געזאגט אז זיי האבן זיך אנגעשטרענגט מיטצוהאלטן, אויס מורא אז זיי וועלן כאפּן פּעטש.

א יונגערמאן געדענקט ווי אין ת״ת אביר יעקב סקווירא, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, האט א מלמד אים געשטויסן אזוי שטארק אז ער איז אריינגעפלויגן אונטער א טיש. ער איז געווען פיר יאר אלט ווען דאס האט פּאסירט. דער מוסד האט נישט געענטפערט אויף אונזערע אנפראגעס צו קאמענטירן דערויף.

איינער וואס האט נישט לאנג צוריק געענדיגט לערנען אין ת״ת בית הלל ד׳קראסנא אין וויליאמסבורג האט פארציילט אז ער האט אמאל געזען ווי א מלמד האט אראפּגעווארפן א אינגל אין זיין קלאס אויף דער ערד און אים אנגעשטויסן.


און אין ישיבת בני ציון ד’באבוב אין בארא פּארק, האט א יונגערמאן פארציילט אז ווען ער איז געווען 11 יאר אלט האט אים א מלמד געשלעפּט אויף דער ערד איבער’ן קלאס צימער, און זיין קאפּ האט זיך אריינגעהאקט אין א לאקער און אנגעהויבן בלוטן.

מר. קאנאלי, דער לאיער פאר טייל חסידישע מוסדות, האט געזאגט אז ביידע מוסדות האבן נישט קיין שום רעקארד פון די אינצידענטן וואס די יונגעלייט האבן דערציילט.

״דאס געפיל איז אלץ געווען אז דו קענסט כאפּן״, האט געזאגט ארי הערשקאוויטש, וועלכער האט געלערנט אין סאטמאר אין וויליאמסבורג. ״מיר האבן כסדר מורא געהאט אז מען וועט אונז שלאגן".


מר. הערשקאוויטש האט געזאגט אז ער האט פארלאזט די חסידישע וועלט און זיך גענומען צו דראגס, און האט עווענטועל איינגענומען א מסוכנ’דיג הויכע מאס פון קאקעין. יעצט, ביי די 25 יאר, בויט ער צוריק אויף זיין לעבן.

אין די לעצטע עטליכע יאר האבן געוויסע חסידישע מוסדות געבעטן די מלמדים צו פארמינערן מיט די הארבע שטראפונגען ביים דיסציפּלינירן קינדער.

פונדעסטוועגן, כמעט אלע פון די צענדליגער עלטערן פון תלמידים וואס לערנען יעצט אין חסידישע חדרים וועלכע דער טיימס האט אינטערוויואירט, האבן געזאגט אז זייערע קינדער האבן געכאפּט פּעטש לכה"פ איין מאל. עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן פּרובירט צו באשיצן זייערע קינדער דורכ׳ן "געבן א טיפּ" פאר זייערע מלמדים, געווענליך ארום 100 דאלאר א יאר.

דורכאויס די לעצטע פינף יאר, ווייזן רעקארדס, האט די ניו יארק סיטי פּאליציי דעפּארטמענט דורכגעפירט אויספארשונגען אויף מער ווי א טוץ פעלער פון אנגעבליכע טשיילד אביוז אין די מוסדות. ס’איז נישט קלאר צי סיי ווער איז אנגעקלאגט געווארן אין די אינצידענטן.


אין אפּריל 2019, האט א 10-יעריג אינגל אין ישיבת חתן סופר אין בארא פּארק, גערופן 911 און געזאגט אז א רבי איז ארויפגעשפּרונגען אויף אים און אים אנגעשלאגן, לויט א פּאליציי רעקארד וואס דער טיימס האט ערהאלטן. קורץ דערנאך, האט דער רעפּארט פארציילט, האט א מנהל אנגערופן די פּאליציי און זיי געזאגט אז מען האט דעם אינגל נישט געשלאגן. די פּאליציי איז סייווי אנגעקומען, און דאס אינגל איז אוועק פון חדר אין אן אמבולאנס. א לאיער פאר’ן מוסד, י. דעוויד שארף, האט געזאגט אז דער מוסד האט קאאפערירט אין דער נאכפאלגנדער אויספארשונג, און די באשולדיגונג איז געווען אומבאגרינדעט.


מר. באמבערגער, דער ישיבה קאאליציע ווארטזאגער, האט געזאגט אז אפילו איין אזא אינצידענט איז שוין צופיל. "אבער אז עס זענען געווען א טוץ אנגעבליכע אינצידענטן צווישן הונדערטער מוסדות במשך א תקופה פון צען יאר, איז דאס א פיל בעסערע סעיפטי רעקארד אין פארגלייך צו רוב שולעס", האט ער געזאגט.

נאכ’ן לערנען אין חסידישע מוסדות, זענען מענער אפטמאל נישט צוגעגרייט צו קענען וואוינען אינדרויסן פון דער חסידישער געמיינדע.
יוסף קרויס פון קרית יואל האט זיך דאס געלערנט אויף די אייגענע הויט
קורץ נאכ’ן ווערן 17 יאר אלט, האט מר. קרויס באשלאסן אוועקצולויפן – פון זיינע שטרענגע מגידי שיעור, פון זיינע עלטערן און פינף געשוויסטער, און פון דעם צעשטופטן פארמאכטן געסל וואו ער איז אויפגעוואקסן, זיך אפּגעבנדיג מיט טאמאטע און אוגערקע געוויקסן צו שטופּן די צייט.

ער האט גענומען א קאר סערוויס צו א לאקאלן שאפּינג צענטער, וואו ער האט געקויפט דזשינס הויזן און טי-שוירט העמדלעך, און זיך דאן געוואנדן צו א יוגנט-שעלטער. אין זיין ערשטן וויקענד דארטן, אין הערבסט פון 2020, איז ער ערשטוינט געווארן ווען ער האט זיך געכאפּט אז עס איז געווען דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער האט נישט געהאלטן קיין שבת.

איבער די קומענדיגע 18 חדשים, האט ער זיך איינגעשריבן אין פּובליק שולע קלאסן אויפ’ן אינטערנעט. ער האט אבער קוים געוואוסט וויאזוי צו נוצן א קאמפּיוטער אדער פארשטיין זיינע טיטשערס. ער האט געוואנדערט פון א שעלטער אין פלארידע צו אן אויפציאונג-היים אין טעקסאס צו א דזשאב-טרענירונג פּראגראם צוריק אין ניו יארק.

א היפּשער שטיק צייט פון היי יאר האט ער געוואוינט אין א שטאטיש-פינאנצירטע צימער צוזאמען מיט נאך א היימלאזן מאן אין א ״נייטס אין״ האטעל ביים עק פון ליבערטי, א שטעטל אין די קעטסקילס וואס איז אנגעפילט מיט אפּגעשפּארטע געשעפטן קוים א שעה אוועק פון דער היים-שטאט פון זיינע קינדער יארן.

ער האט פארברענגט זיינע טעג גייענדיג א וועג פון א האלבע שעה וואס נעמט צו גיין און קומען פון דער לאקאלער לייברערי, וואו ער האט פּרובירט צו טרעפן דזשאבס, אן ערפאלג. ער האט דערציילט אז ער איז לעצטנס אפּגעזאגט געווארן פון אן ארבעט ביי א רעסטוראנט וויבאלד ער האט נישט געקענט אפּשרייבן ארדערס פון קאסטומערס. ער לעבט אויף פוד-סטעמפּס אבער אסאך מאלצייטן האט ער נישט וואס צו עסן.
״איך שפּיר ווי איך האב גארנישט וואס זאל מיר געבן עפּעס אן אויבערהאנט״, האט געזאגט מר. קרויס, יעצט 19 יאר אלט. ״איך האב גרויס האפענונגען צו זיין שטארק סוקסעספול. איך שפּיר אבער אז דערווייל לויט מיין יעצטיגן מצב איז נאריש צו רעדן דערפון״.

קהילה פירער האבן געזאגט אז אזעלכע פעלער ווי מר. קרויס’עס זענען א יוצא מן הכלל.

"אפשר זאל דער טיימס ברענגען אפּאר מעשיות פון די פילע גראדואנטן פון חסידישע מוסדות וואס זענען זייער סוקסעספולע אנטרעפּרענוערס, ביזנעסלייט און פּראפעסיאנאלן – און וועלכע האלטן אז זייער סוקסעס איז צום פארדאנקען די געוואלדיגע רעליגיעזע עדיוקעשאן וואס האט אויסגעלערנט זייערע מוחות צו טראכטן", האט געזאגט חיים דוד צוויבל פון אגודת ישראל אין אמעריקע

אבער צענדליגער אינטערוויואירטע מענער האבן געשילדערט זייערע שטארקע שוועריגקייטן. געוויסע האבן געזאגט אז זיי זענען געבליבן א טייל פון דער געמיינדע, פארזינקען אין חובות און אויסהאלטנדיג זייערע משפחות מיט רעגירונגס פּראגראמען. עטליכע האבן געזאגט אז די איינציגע דזשאב וואס זיי האבן געקענט טרעפן איז געווען ביי די מוסדות אין וועלכע זיי האבן געלערנט. אנדערע האבן גערעדט מיט’ן טיימס בשעת׳ן אפּלאדענען טראקס אדער אנפילן שאפעס און האבן פּרובירט צוריקהאלטן זייערע טרערן שילדערנדיג וויאזוי זיי דארפן זיך אומגיין אין טאג טעגליכן לעבן.

מענדי פּאפּו האט געזאגט אז ער איז אוועק פון א חסידישער געגנט אין קראון הייטס, ברוקלין, און געגאנגען קיין מאנטרעאל אין 2010. ער האט באקומען א דזשאב אין א בייגל פאבריק, אבער נישט קענענדיג זיך ערלויבן צו באצאלן פאר א דירה איז ער געשלאפן אויף בענק אין פּארקס. אינגאנצן מיואש, האט ער פּרובירט זיך נעמען דאס לעבן.
נאך זעקס חדשים אין א פּסיכיאטרישן שפּיטאל, האט מענדי זיך ערהוילט גענוג אויף צו טרעפן ארבעט און א דירה. א שכנ’טע האט אים אנגעהויבן אויסלערנען ענגליש אין איר פרייער צייט און האט אים געגעבן זיין ערשטע סעקולערע בוך: ״גרין עגס ענד העם״ פון דר. סועס. ער איז געווען 28 יאר.
היינט א גראדואירטער סטודענט פון נוירסינג שולע, האט מענדי געזאגט אז ער האלט אז זיין חסידישע ערציאונג איז אויסגעשטעלט געווארן בכוונה אים צוריקצוהאלטן פון פארלאזן די געמיינדע.

״איך האב נישט געהאט קיין דזשאב, איך האב נישט געהאט קיין באנק אקאונט, איך האב נישט געהאט קיין רעפערענצן. איך האב נישט געהאט קיין איינע פון די זאכן ווייל איך האב ניטאמאל געוואוסט וואס די זאכן זענען״, האט ער געזאגט. ״איך האב נישט עכט געוואוסט וויאזוי צו רעדן צו מענטשן. כ׳האב געמיינט אז כ׳בין איינער אליינס. דאס איז דער געדאנקענגאנג וואס מען האט מיר אריינגעלייגט אין חדר״.
ווארענונגען איבער די פראבלעמען אין חסידישע מוסדות ווערן שוין געהערט יארן, דערמאנט ביי פּרעסע קאנפערענצן, פּראצעסירט אין געריכט, און געשילדערט אין אן אפיציעלער קלאגע. איין געוועזענער ישיבה תלמיד, נפתלי מאסטער, האט אפילו געגרינדעט אן אינטערעסן-גרופּע אין 2012 צו אויפשטורעמען וועגן דעם פּראבלעם.

אין די סטעיט עדיוקעשאן דעפּארטמענט, האבן דריי איינגעשטעלטע געמאכט א ליארעם אז עפּעס טויג נישט, האט דער טיימס געפונען. איין געוועזענער באאמטער, וועלכער האט זיך אפּגעגעבן מיט געבן לייסענס פאר פּריוואטע שולעס, האט באזוכט עטליכע חסידישע מוסדות און איז געווארן באאומרואיגט צו זען ווי עטליכע פון זיי האבן געשיינט צו טון אלעס אויסשליסליך אין אידיש. א צווייטער, וועלכער האט געארבעט אויף פינאנצירונג אפּליקאציעס, איז געוואויר געווארן אז געוויסע מוסדות ווידמען בלויז א שעה א טאג פאר לימודי חול. דער יעניגער האט אנגעהויבן צושרייבן נאטיצן אויף די זייטן פון די אפּליקאציעס, פרעגנדיג צי עס איז א קלוגער שריט דאס שיקן געלט. די ארבעטער האבן געזאגט אז זיי זענען איגנארירט געווארן דורך זייערע אויבערהארן.

א ווארטזאגער פאר’ן דעפּארטמענט האט נישט רעאגירט אויף אונזער אנפראגע צו קאמענטירן איבער די ארבעטערס’ זארג.

פּאליטיקאנטן וועלכע וואלטן געקענט עפּעס טון האבן אנשטאט זיך צוגעשטעלט צו א חסידישן שטים-בלאק וועלכע קען באאיינפלוסן לאקאלע וואל-פארמעסטן.
״עס איז פארהאן א באדייטנדע באפעלקערונג וועמען איר איגנארירט אויף אייער אחריות״, האט געזאגט עוואן סטאוויסקי, א וועטעראן פּאליטישער ראטגעבער. ״זיי זענען אן אינטעגראלער טייל פון ניו יארקער פּאליטיק״.

וסדות שפּילן א צענטראלע ראלע אין ארויסברענגען די שטימען. עלטערן און געוועזענע תלמידים האבן פארציילט אז מלמדים וועלן אפטמאל אויסטיילן פאר תלמידים עקזעמפּלארן פון שטים-צעטלעך אריינגעפילט מיט נעמען פון די קאנדידאטן וועלכע זענען געווארן אויסגעקליבן דורך רבנים פון די קהילות.

אין געוויסע מוסדות וועלן תלמידים וואס ברענגען צוריק די ״איך האב געשטימט״ סטיקערס קענען געווינען מתנות. סאטמאר (מהר״א) האט לעצטנס גענומען קינדער מיט די סטיקערס אויף אן אויספלוג צום קאני איילענד פּארק, האבן צוויי עלטערן פארציילט. די אנדערע קינדער זענען נישט מיטגעגאנגען. מר. קאנאלי, דער לאיער פאר טייל חסידישע מוסדות, האט אפגעווארפן וואס די עלטערן האבן דערציילט.
מר. באמבערגער, דער ישיבה קאאליציע ווארטזאגער, האט געזאגט אז די גרויסע צאל חסידישע וויילער וואס קומען ארויס שטימען דארף אויסגעלויבט ווערן.
במשך די לעצטע עטליכע יאר האבן רבנים געמאכט פאר א צענטראלער פּאליטישער פּריאריטעט דאס אוועקהאלטן די רעגירונג פון האבן אן איבערזיכט אויף די מוסדות.

״באמת, האבן מיר דאך אדער ווייניג געלערנט אדער גארנישט געלערנט [קיין לימודי חול]״, האט סאטמארער רבי (מהר"א) געזאגט פאר זיינע חסידים אין 2018, צולייגנדיג: ״מיר וועלן נישט הארכן, און מיר וועלן נישט פאלגן דעם סטעיט עדיוקעשאן קאמישאנער בשום אופן״.


א קורצע צייט פאר ער האט באקומען אן אינדארסירונג פון איין פראקציע פון דעם סאטמארער קרייז, האט מר. עדעמס ארויסגעגעבן א ווידעא ווי ער גליטשט זיך אראפּ אויף א גליטשער אין א חסידישן חדר. נאך דעם שעה-לאנגן באזוך, האט ער געזאגט אז ער איז ״שטארק באאיינדרוקט״ פון וואס ער האט געזען. רעדנדיג פאר מר. עדעמס לעצטע וואך, האט זיין ווארטזאגער מר. מעקסוועל 
יאנג געזאגט אז דעם מעיאר’ס באשלוסן ווערן נישט באאיינפלוסט פון פּאליטישער שטיצע.

מר. קואמא האט זיך זעלטן צוריקגעהאלטן פון נוצן זיין הויכע בימה במשך זיינע כמעט דריי טערמינען אלס גאווערנאר. אבער ווען עס איז געקומען צו די מוסדות, האט ער געזאגט פאר סאטמארער רבי (מהרי"י) אין 2018 אז ער וועט זיך נישט אריינמישן, לויט באריכטן אין דער היימישער פּרעסע. קורץ דערנאך האט ער באקומען די אינדארסירונג פון דער קהילה און האט נישט געלייקנט דעם באריכט.
חסידישע געמיינדע פירער האבן געזאגט אז די יעצטיגע גאווערנארין, פרוי האקול, האט געגעבן אן ענליכן צוזאג. בשעת’ן קאמפּיינען דאס יאר, האט זי זיך געטראפן מיט חסידישע עסקנים אין וויליאמסבורג. ס’איז נישט קלאר וואס זיי האבן גערעדט, אבער אן אפיציעלער סאטמארער טוויטער אקאונט האט דערנאך ארויסגעשטעלט בילדער מיט א קעפּל וואס האט געלויטעט: ״דער גאווערנאר  האט פארשפּראכן אז זי וועט אפּשלאגן סיי וועלכע שינויים צו דעם סדר הלימודים פון די מוסדות״.

דער טוויט מעסעדזש איז קורץ דערנאך פארמעקט געווארן.

פילייכט האט גארנישט אזוי קלאר געצייגט ווי די רעגירונג זיצט מיט פארלייגטע הענט, ווי די רעאקציע פון דע בלאזיא’ס אדמיניסטראציע צו א קלאגע וואס זיי האבן באקומען אין 2015.
יענעם יאר האבן א גרופּע פון געוועזענע תלמידים פון ישיבות — וועלכע האבן נישט געוואלט זייערע קינדער זאלן באקומען די זעלבע פעלערהאפטיגע עדיוקעשאן וואס זיי האלטן זיי האבן באקומען — געבעטן הילף פון סיטי האל.
הויכראנגיגע סיטי באאמטע האבן דעבאטירט וויאזוי צו פאראויסגיין מיט אן אויספארשונג. מר. דע בלאזיא און אנדערע האבן גע׳טענה׳ט אז אויב די אויספארשונג וועט צוגיין אויף צו אן אגרעסיוון אופן קען עס ברענגען א פארקערטע עפעקט און ברענגען די מוסדות בכלל נישט צו קאאפּערירן. צוליב דעם האט מען געמאכט א סעריע פון פשרות וואס האט געברענגט אז די סיטי איז זיך באגאנגען מיט זיידענע הענטשקעס מיט’ן לאיער וואס האט פארטרעטן די מוסדות און זיי געלאזט מאנעוורירן וויאזוי די פּראצעדור זאל צוגיין, לויט ווי 10 געוועזענע באאמטע האבן דערציילט.
דער לאיער, אבי שיק, איז געווען א געוועזענער דעפּיוטי סטעיט אטוירני דזשענעראל וועלכער האט זיך ערווארבן א רעפּוטאציע אלס אן אויסערגעווענליכער טוֹען אין געריכט.
Image
מר. שיק האט געפאדערט אז ער זאל זיין אנוועזנד ווען אינספּעקטארן שטאטן אפּ זייערע באזוכן, וועלכע זענען געווארן אפּגעשמועסט פון פאראויס, האבן טייל פון די געוועזענע באאמטע געזאגט. ער האט פארקירעוועט די סיטי צו אונטערזוכן די בעסערע מוסדות דערמאנט אין דער קלאגע, און ער האט אפּגעשטופּט באזוכן צו עטליכע פון די מערסט פּראבלעמאטישע מוסדות.
נאך דעם אלעמען, האבן אינספּעקטארן געזען סצענעס וועלכע האבן זיי באזארגט. אין איין חדר האבן די קינדער געהאט אויפגעמישט זייערע ענגלישע ביכער צו אנדערע בלעטער און האבן נישט מיטגעהאלטן מיט’ן טיטשער בשעת ער האט הויך פארגעליינט פאר זיי. אין אן אנדערן מוסד האט אויסגעזען ווי א טיטשער האט נישט געוואוסט די נעמען פון די קינדער אין זיין קלאס.

סיטי באאמטע, וועלכע זענען נישט טרענירט געווארן צו דורכפירן אינספּעקציעס אויף פּריוואטע שולעס, האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען ווייניג הילף פון די סטעיט. איינמאל, ווי די סיטי האט זיך געגרייט צו שיקן א בריוו און בעטן אנווייזונגען, האבן הויכראנגיגע סטעיט עדיוקעשאן באאמטע געבעטן אז זיי זאלן עס נישט שיקן, לויט פיר מענטשן וואס האבן א ידיעה אין דעם נושא.
זייענדיג אנטוישט האט א הויכראנגיגער סיטי עדיוקעשאן באאמטער פארגעשלאגן אין 2108 צוזאמצושטעלן א טיעם וואס זאל באהאנדלען די פּראבלעמען אין פּריוואטע שולעס, האט דער באאמטער געזאגט. ס’איז גארנישט געווארן פון דעם פלאן.

עווענטועל האט די סיטי׳ס אויספארשונג דעפּארטמענט געפונען אז דער מעיאר איז באגאנגען "פּאליטישע פערד-האנדל" און געהאנדלט אומעטיש מיט’ן אפּשטופּן דאס פארעפנטליכן אינדערצווישן א באריכט אויף די מוסדות, און דער ניו יארק פּאסט האט ערהאלטן אימעילס וואס צייגן אז א הויכער אדמיניסטראציע באאמטער האט צוגעזאגט פאר עסקנים אז די געפינסן וועלן זיין ״מילד״.

טראץ דעם, האט דער באריכט געזאגט אז בלויז צוויי פון 28 ישיבות שטעלן צו א צופרידנשטעלנדע עדיוקעשאן. אבער איידער עס איז ארויסגעקומען, תיכף פאר קראצמעך 2019, האבן מר. שיק און אנדערע זיכער געמאכט אז קיין איין מוסד זאל נישט ווערן דערמאנט ביים נאמען אלס פעלערהאפטיג, האבן דריי געוועזענע באאמטע געזאגט. דורך א ווארטזאגער האט מר. שיק געלייקנט דעם באריכט.
פון זייער זייט, האבן שטאטישע באאמטע פּרובירט צו אוועקשטעלן פארשריפטן וועלכע וואלטן געהאלטן מוסדות פאראנטווארטליך דורך פארלאנגען אז זיי מוזן צושטעלן א געוויסן מינימום פון לימודי חול. אבער אין 2019 האט א ריכטער ארויסגעווארפן די פארשריפטן צוליב א פּראצעדורישן פּראבלעם, און אין 2020 האט די שטאט צוריקגעצויגן פון אן אנדערן פּלאן נאך א וויי-געשריי פון חסידישע עסקנים. אין מערץ האבן זיי ארויסגעשטעלט א פרישן פארשלאג וואס האט אנטהאלטן ווייניגער פארלאנגען און מער פארנעפּלטע קאנסעקווענצן פאר’ן איגנארירן דאס געזעץ.

ווידעראמאל האבן חסידישע פירער זיך מאביליזירט דאס אפּצושטעלן.
״יעצט איז אונזער געלעגנהייט און חובת השעה מיר זאלן פּרובירן אפּצושטעלן די גיידליינס פאר עס גייט אריין אין קראפט״, האבן זיי געשריבן דעם פרילינג אין א אידישן פלוג-בלעטל, רופנדיג פאר א פלייץ פון בריוו צו אויסדריקן קעגנערשאפט צו דעם פּלאן. ״די עתיד פון אייערע דורות ליגט אין אייער אייגענע הענט!״

כדי צו זיכער מאכן אז זייערע נאכפאלגער וועלן ענטפערן זייער רוף, האבן די עסקנים איינגעשפּאנט א פארלעסליכע טאקטיק.



1 comment:

  1. https://thelakewoodscoop.com/news/video-filmmaker-and-game-show-host-boruch-perlowitz-fights-back-im-a-victim-of-hasidic-yeshiva-education/

    ReplyDelete